asifah-shabbos-blettel-8

5
10 שבת בלעטל מיטוואך, א קט א בער12 , 2011 ערב יום- טוב סוכות, תשע" ב פון: ח. מ. קורמאןÈÏÚ· ËÊÈÂË ¯Ú·È‡ - ‰ÙÈÒ‡ ¯Ú˘È¯‡ËÒȉ ÈÈ· ÌÈ˙· ÔÂÙ ˙ÂÂÈÒ ÚÎÈϘگ˘ È„ ¯Ú·È‡ ËÈÏ˘ Âȯ„ ȘȄˆ " רעזאלוציע פאדערט אויף רבנים, אדמו" רים און ראשי ישיבה צו היטן תורה ומצוות, מאכן שלום מיט זייערע קרובים, שליסן זייערע אלוועלטליכע אומאפהענגיקע צייטונגען און מאגאזינען, זיך אומקוקן אויף צאן מרעיתם, און נישט לעבן א ין לוקסוס און פלאָנץ פרישער" עין רואה" פראגראם וועט אינסטאלירט ווערן אין חדרי המיוחד פראגע- בויגן וועט בקרוב ארויסגעשיקט ווערן צו קרוב צו טויזנט צדיקים שליט" א דער היינטיגער טאג ווען אן קיין צווייפל פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין דער היסטאריע פון דעם יהדות החרדית אין איז עס וואס נאכדעם אמעריקע פארגעקומען א היסטארישע אסיפה אין א פראכטפולן האטעל אין ניו- דזש וי רסי, וואו בעלי- בתים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך פארזאמלט מיט א זעלטענעם אחדות מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו ראטע ווען דעם דור פון דעם שוידערליכן איינפלוס פון עקירת תורה ומצוות וואס געשעט ליידער אלץ א רעזולטאט פון מחלוקת און עגאאיזם ביי די גדולי צדיקי ומאורי דורינו, רבנים, ואדמו ישיבה ראשי" מפורסמים רים שליט" א. די דאזיגע כנסי ה לשם שמים איז פאררופן געווארן אין ליכט פון דעם ביטערן מצב אין וועלכן מיר געפינען זיך, ווען צדיקי דורינו שליט" א ווערן ליידער בעוה" ר נכשל מיט די ארגסטע עבירות פון בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, טרעטן אויף דער תורה הק' בזדון ובשגגה, און שטיצן דירעקט און אומדירעקט הירוס הדת אויף א שרעקליכן אופן. טרא דער אין וואס צדעם פארגאנגענהייט האבן פארשידענע בעלי- בתים פרובירט מעורר צו זיין די צדיקי דורינו איבער די שוידערליכע מכשולות אין וועלכע זיי ווערן ליידער פארכאפט, איז אבער ליידער דער יצר- הרע גאר שטארק אין אונזער תקופה, און די אלע אויפפאדערונגען האבן ליידער ני שט עושה רושם געווען. די אסיפה איז דעריבער א דירעקטער רעזולטאט פון דער שרעקליכער עצת היצר וואס קעניגט איבער די אדמו" רים וצדיקים מפורסמים שליט" א, און עס האט זיך בעלי אז אויסגעפעלט דעריבער- בתים חשובים זאלן זיך צוזאמעננעמען און אויסשמועסן וויאזוי צו ראטעווען דעם מצב, און צונויפשמועסן מיט אן ערנסטקייט וויאזוי מ' קען העלפן די ראשי ומנהיגי העדה צו היטן כאטש דעם מינימום פון תורה ומצוות, און זיי פרובירן צוריקצופירן על דרך התורה. צו דער אסיפה זענען געלאדנט געווארן אלע גדולי הבעלי- בתים פון גרעיטער ניו יארק, אזוי אויך הונדערטער קינדער און אייניקלעך פון בעלי- בתים חשובים. ביי דער אסיפה האט זיך באשיינפערליך דערקענט די ערנסטקייט אויף יעדנ' ס פנים. זיצנדיג אויף שורות שורות פון בענקלעך, אן קיין אונטערשיד צווישן די וואס האבן מער געלט און די וואס האבן ווייניגער, צו פארמיידן קנאה און שנאה, האט מען קלאר געקענט אראפלייענען דעם טיפן ווייטאג פון אלעמענ' ס געזיכט. אין זאַ ל זענען זיך צוזאמענגעקומען איבער טויזנט בעלי- בתים, און דערשלאגן זיי פון אלע דערשיטערט. זיי וויינען אויף דעם ביטערן מצב אין וועלכן דאס יהדות החרדית שטייט; דער פאקט אז טו יזנטער יונגעלייט דרייען זיך ארום פוסט און ליידיג, צעשאסן און צעקלאפט אן קיין פרנסה, אן קיין מנהיגים, אן קיין תורה, אן קיין חכמה, און אידישקייט קיין אן. איז עס אונטערגעוואקסן א דור וועלכער איז ערצויגן געווארן בלויז אין יארן פון הירוס און שפיכת דמים, יארן אין וועלכע עס האבן ארויסגעשפראצט צדיקי דורינו וועלכע דינען די קעניגרייך פון היפאקריט ס ווע. צדיקים וועלכע לעבן אויפ' ן חשבון פון קהל פארמאגן אייגענע בנינים, קאנטריס, פארדינען געלט דורך שינדן די הויט פון טענענטס וועלכע וואוינען אין דירות אויפ' ן נאמען פון דער" קאנגרעגעישאן." צדיקים און עיני העדה וועלכע זענען אין א געיעג ווער עס קען אויסטרעפן נאך א חומרא, צו ווייזן פאר קאלעגע רבנים ווער עס איז פרימער, ערליכער, א גרעסערער צדיק; צדיקים וועלכע האבן נישט קיין שום איסורים אונטערצושרייבן פראבלעם, חרמים און קלל ות אויף פריוואטע מענטשן, אבער פי לן אן דאס פיסק מיט וואסער ווען קאלעגע צדיקים בארויבן איינער דעם צווייטן, פייניגן אייגענע עלטערן און קינדער, שענדן בתי- מדרשים, זענען מבזה נפטרים, מסר' ן אין געריכט, זענען מסרב לדין, שרייבן אונטער לעכערליכע אי סורים בלויז ווייל ס' וועט וויי טו ן דעם אנדע רן צד, זייען אן צעשטערונג אין דער אייגענע ר משפחה און אין פרעמדע משפחות. זיי שווייגן ווען קאלעגע דיינים שרייבן אז אן עירוב וועלכער איז באנוצט געווארן דורך טויזנטער אידן פילע יארן איז געמאכט געווארן פאר גוים, זיי רופן זיך נישט אן ווען רבנים הייסן קינדער נישט עסן מצ ות ביי זייערע עלטערן אויב זיי באנוצן זיך מיט' ן אנדערנ' ס צד מצות, מען הערט נישט פון זיי ווען ראשי ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים, אייגענע זייערע פאר ישיבות בויען עגאאיסטישע צרכים, און מאכן קאליע אידישע נשמות פאר דורי דורות. אז א קעגנער ישער צד רירט א מציבה, אז א פריוואטער איד פאר' מסר' ט א צווייטן פון וועמען ער האט פיל געליטן, אז א סעלפאן געשעפט פארקויפט אזויגערופענע" נישט כשר' ע" סעלפאנס, איז דאס גענוג צו פארדאמען, פארשרייען, רודפ' און ן חתמ' קול ענען- קורא' ס ווען אבער קאלעגע רבנים אונטערדרוקן מיט טעראר יעדע מחשבה- זרה פון זייערע חסידים, ווען זיי העצן קעגן אנדערע ביז שפיכת דמים ממש, ווען זיי באלעסטיגן מענטשן מיט גזירות משונות מענטשן וועלכע זענען ארעם ווי דער נאכט א דאנק די פאליסיס פון די צדיקים שליט" א, אין דע ר צייט וואס גדולי ומאורי הדור זיצן אויף הויך- שטאקיגע פאטעלן כראוי וכיאות לכבוד

description

Baaleibatim turning the tables on Rabbonim, Rebbes and Roshei Yeshiva, after they made an asifas Rabbonim last month

Transcript of asifah-shabbos-blettel-8

Page 1: asifah-shabbos-blettel-8

ב"תשע, טוב סוכות-ערב יום – 2011, 12בער אקטא, מיטוואך שבת בלעטל 10

� קורמאן. מ.ח: פון

ÈÏÚ·�Ë�ÊÈÂË�¯Ú·È‡�-�‰ÙÈÒ‡�¯Ú˘È¯‡ËÒȉ�ÈÈ·�ÌÈ˙·�ÔÂÙ�˙Â�ÂÈÒ��ÚÎÈϘگ˘�È„�¯Ú·È‡ËÈÏ˘�Â�ȯ„�ȘȄˆ"‡� �

מאכן שלום מיט זייערע , צו היטן תורה ומצוותאון ראשי ישיבה רים "אדמו, רעזאלוציע פאדערט אויף רבניםזיך אומקוקן אויף צאן , צייטונגען און מאגאזינען אלוועלטליכע אומאפהענגיקעשליסן זייערע , קרוביםפראגראם וועט אינסטאלירט ווערן " עין רואה"פרישער �ין לוקסוס און פלָאנץ און נישט לעבן א, מרעיתם

א"בויגן וועט בקרוב ארויסגעשיקט ווערן צו קרוב צו טויזנט צדיקים שליט-פראגע �אין חדרי המיוחד

דער היינטיגער טאג ווען אן קיין צווייפל אותיות אין ווערן מיט גאלדענע פארשריבן

דער היסטאריע פון דעם יהדות החרדית אין אמעריקע נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפה אין א

וואו , רסיוידזש-פראכטפולן האטעל אין ניובתים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן -בעלי

זיך פארזאמלט מיט א זעלטענעם אחדות ווען דעם מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו ראטע

דור פון דעם שוידערליכן איינפלוס פון עקירת תורה ומצוות וואס געשעט ליידער אלץ א רעזולטאט פון מחלוקת און עגאאיזם

, רבנים, ביי די גדולי צדיקי ומאורי דורינורים מפורסמים "ראשי ישיבה ואדמו

.א"שליטלשם שמים איז הדי דאזיגע כנסי

דעם ביטערן פאררופן געווארן אין ליכט פון ווען צדיקי , מצב אין וועלכן מיר געפינען זיך

ר נכשל "א ווערן ליידער בעוה"דורינו שליטמיט די ארגסטע עבירות פון בין אדם למקום

טרעטן אויף דער תורה , און בין אדם לחבירואון שטיצן דירעקט און , בזדון ובשגגה' הק

אומדירעקט הירוס הדת אויף א שרעקליכן צדעם וואס אין דער טרא. אופן

-פארגאנגענהייט האבן פארשידענע בעליבתים פרובירט מעורר צו זיין די צדיקי דורינו איבער די שוידערליכע מכשולות אין

איז , וועלכע זיי ווערן ליידער פארכאפטהרע גאר שטארק אין -אבער ליידער דער יצר

און די אלע אויפפאדערונגען , אונזער תקופה . שט עושה רושם געוועןהאבן ליידער ני

די אסיפה איז דעריבער א דירעקטער רעזולטאט פון דער שרעקליכער עצת היצר

רים וצדיקים "וואס קעניגט איבער די אדמואון עס האט זיך , א"מפורסמים שליט

בתים -דעריבער אויסגעפעלט אז בעליחשובים זאלן זיך צוזאמעננעמען און

, דעם מצבאויסשמועסן וויאזוי צו ראטעווען און צונויפשמועסן מיט אן ערנסטקייט

קען העלפן די ראשי ומנהיגי העדה 'וויאזוי מצו היטן כאטש דעם מינימום פון תורה

און זיי פרובירן צוריקצופירן על , ומצוותצו דער אסיפה זענען געלאדנט . דרך התורה

בתים פון -געווארן אלע גדולי הבעליהונדערטער אזוי אויך , גרעיטער ניו יארק

בתים -קינדער און אייניקלעך פון בעלי .חשובים

ביי דער אסיפה האט זיך באשיינפערליך . ס פנים'דערקענט די ערנסטקייט אויף יעדנ

אן , זיצנדיג אויף שורות שורות פון בענקלעךקיין אונטערשיד צווישן די וואס האבן מער

צו , געלט און די וואס האבן ווייניגערהאט מען קלאר , און שנאה פארמיידן קנאה

געקענט אראפלייענען דעם טיפן ווייטאג פון ל זענען זיך אין זַא. ס געזיכט'אלעמענ

-צוזאמענגעקומען איבער טויזנט בעליאלע פון זיי דערשלאגן און , בתים

זיי וויינען אויף דעם ביטערן . דערשיטערטמצב אין וועלכן דאס יהדות החרדית

יזנטער יונגעלייט דער פאקט אז טו; שטייטצעשאסן , דרייען זיך ארום פוסט און ליידיג

אן קיין , אן קיין פרנסה –און צעקלאפט און , אן קיין חכמה, אן קיין תורה, מנהיגים

עס איז . אן קיין אידישקייטאונטערגעוואקסן א דור וועלכער איז ערצויגן געווארן בלויז אין יארן פון הירוס

אין וועלכע עס האבן יארן , און שפיכת דמיםארויסגעשפראצט צדיקי דורינו וועלכע

. וועסדינען די קעניגרייך פון היפאקריטן חשבון פון קהל 'צדיקים וועלכע לעבן אויפ

, קאנטריס, פארמאגן אייגענע בנינים –פארדינען געלט דורך שינדן די הויט פון

ן 'טענענטס וועלכע וואוינען אין דירות אויפצדיקים ". קאנגרעגעישאן" נאמען פון דער

און עיני העדה וועלכע זענען אין א געיעג צו , ווער עס קען אויסטרעפן נאך א חומרא

ווייזן פאר קאלעגע רבנים ווער עס איז ; א גרעסערער צדיק, ערליכער, פרימער

צדיקים וועלכע האבן נישט קיין שום , פראבלעם אונטערצושרייבן איסורים

, פריוואטע מענטשן ות אויףחרמים און קלללן אן דאס פיסק מיט וואסער ווען אבער פי

קאלעגע צדיקים בארויבן איינער דעם פייניגן אייגענע עלטערן און , צווייטןזענען מבזה , מדרשים-שענדן בתי, קינדערזענען מסרב , ן אין געריכט'מסר, נפטרים

סורים שרייבן אונטער לעכערליכע אי, לדין, רן צדן דעם אנדעוויי טווועט 'בלויז ווייל ס

ראייגענע זייען אן צעשטערונג אין דער .משפחה און אין פרעמדע משפחות

זיי שווייגן ווען קאלעגע דיינים שרייבן אז אן עירוב וועלכער איז באנוצט געווארן דורך טויזנטער אידן פילע יארן איז געמאכט

זיי רופן זיך נישט אן ווען, געווארן פאר גויםות ביי הייסן קינדער נישט עסן מצרבנים

ן 'זייערע עלטערן אויב זיי באנוצן זיך מיטמען הערט נישט פון זיי , ס צד מצות'אנדערנ

, ווען ראשי ישיבות ווארפן זיך מיט בחוריםבויען ישיבות פאר זייערע אייגענע

מאכן קאליע און , עגאאיסטישע צרכים .אידישע נשמות פאר דורי דורות

אז , ישער צד רירט א מציבהאז א קעגנערט א צווייטן פון 'מסר'א פריוואטער איד פאר

אז א סעלפאן , וועמען ער האט פיל געליטןנישט "געשעפט פארקויפט אזויגערופענע

איז דאס גענוג צו , סעלפאנס" ע'כשרן און 'רודפ, פארשרייען, פארדאמען

אבער ווען –ס 'קורא-ענען קול'חתמקאלעגע רבנים אונטערדרוקן מיט טעראר

ווען , זרה פון זייערע חסידים-יעדע מחשבהזיי העצן קעגן אנדערע ביז שפיכת דמים

ווען זיי באלעסטיגן מענטשן מיט , ממשמענטשן וועלכע זענען –גזירות משונות

נאכט א דאנק די פאליסיס פון ארעם ווי דערר צייט וואס אין דע, א"די צדיקים שליט

-גדולי ומאורי הדור זיצן אויף הויךשטאקיגע פאטעלן כראוי וכיאות לכבוד

Page 2: asifah-shabbos-blettel-8

11 שבת בלעטל ב"תשע, טוב סוכות-ערב יום – 2011, 12בער אקטא, מיטוואך

דאס אלעס איז –ולכבוד בית אבא , הצדיקים

נישט גענוג ארויסצוברענגען די צדיקי הדור .א פון זייערע גלייזן"שליט

אויב א זינגער מאכט א ניגון וואו ער ברענגט ארויס מיט צער און ווייטאג דער

איז דאס , שרעקליכער פראבלעם פון ישיבותגענוג אויפצוברענגען דעם כעס פון צדיקי

אבער דער פראבלעם זעלבסט מצד –דורינו ? א"קאלעגע צדיקים וראשי ישיבות שליט

אויב . דאס איז נישט וויכטיג צו פארדאמעןא צווייטער זינגער מאכט א קאנצערט כדי

בנס אויפצולעבן פוסטע און ליידיגע שארוועלכע לעכצן מיט עפעס אנצופילן דאס

איז דאס עפעס וואס איז , הארץ און נשמהוויכטיג ארויסצונעמען פופציג צדיקי דורינו

אבער דאס אז קאלעגע –פון די גלייזן צדיקים טוען נישט דאס מינדעסטע אויף

דאס איז נישט ? אויפצולעבן עצמות יבשותבקצה אז א צערודערטער יחיד . קיין אישוגייט ארויס פון די געווענליכע המחנה

גבולים כדי צו שטורעמען איבער דער פראבלעם פון פעדאפיליע ביים שרעקליכער

איז עס א זאך אויף וועלכע , היימישן עולםצענדליגער רבנים פארלירן שלאף און נעמען זיך צוזאם צו פארדאמען מיט די שארפסטע

די ?אבער פעדאפיליע זעלבסט –לשונות שענדליכע אקטן פון קאלעגע צדיקים ועיני העדה צו פארדעקן די דאזיגע שמוציגע

דאס איז נישט וויכטיג צו ? מעשים .פארשרייען

אז א יונגערמאן איז עובר אויף דער ן חבר אינמיטן קריאת 'הלכה און רעדט מיט

איז דאס גענוג אז צדיקי דורינו זאלן , התורה –ן ברבים אים פארשרייען און פארשעמע

אבער ווען קאלעגע צדיקים טרעטן אויף אפענע הלכות אין שולחן ערוך און שינדן די

זייער ן אפרעכטן'תעם בשע-הויט פון פשוטי-אויסגעצויגענע דין-עיות הדין מיט לאנג

פילט מען אן דעם מויל מיט , ס'תורה .זאפט-געמאכטע מאראנצן-היימיש

לימוד -שכר אז א איד האט א חוב פוןוועלן די מוסדות , געלט-אדער אפילו מקוה

א "תחת דגלם פון גדולי צדיקי דורינו שליטן און צאפן דאס בלוט 'רודפ, דערגיין די יארן

אבער אז קאלעגע צדיקים פארשפרעכן –און רויבן אויס , ישועות און רפואות

ן סמך פון זייערע 'צעבראכענע מענטשן אויפין ווארט דאן דארף מען קי, הימלישע כוחות

.נישט זאגן אז א פריוואטער יונגערמאן ארבעט

ליניע -שווער צוזאמענצושטעלן א טעלעפאןריין , וואס זאל זיין גענצליך אויסגעהאלטן

פון יעדן נדנוד קל פון לשון הרע ושפיכות

און דערביי האלט ער צוריק טויזנטער , דמים, אידן פון פאשען און פרעמדע פעלדער

ג צדיקים ומאורי ישראל יאווען זיך גענודרוקן , א וועלכע האלטן דרשות"שליט

-און טוען פארשידענע לשם, פאמפלעטןאבער אז –דיגע פעולות קעגן אים 'שמימ

, קאלעגע צדיקים דרוקן יעדע וואך דיקעבלעטערדיגע צייטונגען אנגעפילט מיט -200

תורה פון -דברי, לשון הרע, מחלוקת, יםשפיכת דמ, אבסורדאלסטן סארט

דאס איז א זאך אויף , און רשעות, טפשות .דארף זיך נישט זארגן'וועלכער מ

אז א פריוואטער מענטש פארמאגט א און , וועבסייט וואו ער פובליצירט נייעס

וויבאלד עס איז נישט אונטער דער קאנטראל פון די צדיקים ועיני העדה קען ער

וועלכע , ע עסקנים'צומאל קריטיקירן חשובאויף זייער , בשליחות הצדיקים ארבעטן

איז דאס , איינזייטיגקייט און קארופציעפונקט גענוג אז גדולי וצדיקי הדור זאלן אים

אבער די –ן מיט די שארפסטע לשונות 'אסרדי ? זעלבסט" עסקנים"קארופטירטע

זעלבסטגעקרוינטע אפטרופוסים וועלכע דרייען זיך ביי די צדיקים אינדערהיים און

-מיליאן-ען פונעם ציבור מולטי'לגז'באדי ? דאלארדיגע שטאטישע פראגראמען

וועלכע מאניפולירן אומוויסנדע רבנים מיט זייערע ? זייערע אייגננוציגע אינטערעסן

. מעשים איז נישט וויכטיג צו פארדאמעןאידן באנוצן זיך מיט -ווען עמך

, כשרות, דיגע קולות ביי עניני צניעות'דוחקיען צדיקי דורינו מנהמת לבם שרי, וכדומה

אבער ווען קאלעגע גדולי –על גודל העוון א באנוצן זיך מיט די "ומאורי ישראל שליט

צווייפלהאפטיגסטע התירים ביי עניני בין , ממונות, דין תורה, רבנות, אדם לחבירו

איז אין פוצה פה , אונאה, דינא דמלכותאאון ווען די זעלבע קאלעגע צדיקי . ומצפצף

ליניעס -ענען הלכה לויט פארטיי'דור פסקה, ווערים, מצות, סידור קידושין, עירוב(

אלץ א ' נוצנדיג די תורה הק, )וכדומההערט , קורדום יענעם דערמיט צו באגראבן

.זיך ווידער א דונערדיגע שטילשווייגענישצדיקים , די זעלבע גדולי ומאורי הדור

וועלכע זענען אזוי, א"ועיני העדה שליטפארנומען ביז איבערן קאפ מיט עניני הכלל אז זיי האבן נישט קיין צייט מחזק צו זיין לבבות נשברות און זיך פאראינטערעסירן

געפינען צייט זיך צו , בשלום צאן מרעיתם-האלזן מיט פאטאגראפיסטן פון די בילדער

קונטרסים און זיך באטייליגן אין זייערע וועלכע די זעלבע צדיקי הדור . שמחות

ן איינפירן פרישע 'זענען נאר פארנומען מיט

און , עקסטרעמע תקנות אין זייערע מוסדותקלויבן זיך וועלכע נוירסערי קינדער

האבן נישט , אנצונעמען אין זייערע מוסדותעם זאלן -קיין צייט זיך צו זארגן אז פשוטי

אז יונגעלייט זאלן נישט , האבן פרנסהצו לעבן א חתונה האבן במחשבה תחילה

לעבן פון גניבה וגזילה אן קיין האפנונג און אן קיין וועג וויאזוי צו קענען חתונה מאכן די קינדער און וויאזוי צו קענען עווענטועל

.רעטייערן בדרך כבודא "די זעלבע לעכטיגע צדיקים שליט

וועלכע גייען באזוכן פעדאפילן אין זייערע יען פירן קאמפיינס צו באפרי, תפיסות

נעמען אויף , קרימינאלן פון ערגסטן סארט –האנדלער -און מאכן מסיבות לכבוד דראג

זיי זיצן אין זייערע ישיבות און דערדרוקן געבן זיי נאר אן אפציע ; זייערע בחורי חמד

געבן נישט , מצליח צו זיין אין לימוד גמראן יוגנטליכן מיט זיינע 'קיין אוזן קשבת פאר

יארן וועלכע -נערלינגדי צע. פראבלעמעןזענען אין דער גאנצער וועלט באוואוסט

א , אלץ א גאר שווערע תקופה פון לעבןצייט ווען דער מענטש טוישט זיך פיזיש און

א "איז דורך צדיקי דורינו שליט, גייסטישדעגראדירט געווארן צו אן איינפאכן מהלך

ווי מער אנפילן , ווי מער דרוק: אין חינוךמיינענדע -יט גארנישטדעם טאג מ

און מיט צוואנג דערדרוקן , אקטיוויטעטןן איינפלוס 'דעם בחור וועלכער איז אונטער

פון די נאטירליכע הארמאנען אבער אן קיין שום הדרכה און אן קיין געטרייען מענטש

.וועלכער פארשטייט צו זיין הארץא וועלכע "די זעלבע צדיקי הדור שליט

ר טייערער צייט געבן אוועק פון זייעאונטערצושרייבן אויפפאדערונגען אז

, אידישע פרויען זאלן נישט גיין אין אפיסעסנאך דארפן ארבעטן אין די מוסדות פון (ל "ר

א פאר אן אפצאל "די מאורי ישראל שליטזאל חלילה 'און אז מ, )א וואך$ 250פון

נישט האבן קיין סעלפאן מיט א קאלירטן -ין איגנארירן די ווייווערן נכשל א, סקרין

-געשריי פון טויזנטער יונגעלייט און בעליבתים וועלכע וויינען זיך אויס די נשמה אז זיי האבן נישט קיין פרוטה אויסצוהאלטן

און האבן נישט קיין וועג , זייער פאמיליעדי מוסדות פון . ארויס פון דעם פלאנטער

לערנען א "שליטצדיקי דורינו גדולי כטער אז די מענער דארפן זיצן אונזערע טעאון דערנאך צאלן זיי פאר די , און לערנען

יונגעלייט אין די אייגענע כוללים נישטיגע ווען נאך . פיר הונדערט דאלאר א חודש-דריי

עטליכע יאר פון דער חתונה כאפט מען זיך טרעפט , דארף האבן פרנסה'ביים קאפ אז מ

Page 3: asifah-shabbos-blettel-8

ב"תשע, טוב סוכות-ערב יום – 2011, 12בער אקטא, מיטוואך שבת בלעטל 12

אין אן קיין שום פאך , מען זיך פארלוירן

און מיט א שטוב פון פינף אדער , דער האנט . מער קינדער

א "די זעלבע גדולי ומאורי ישראל שליטוועלכע דערדרוקן יעדע סארט אינטעליגענץ

וועלכע פארדאמען דאס פרעגן , ביים ציבורוועלכע דערשטיקן דעם מח נישט , פראגעס

אביסל לאגישער טראכט צו דערלאזןרידנהייט אין וועלכער קען שענקען צופ

זיי פארלאנגען הכרה אין זייער , לעבןאין " גלייבן"זאל 'זיי ווילן אז מ, הנהגה

צי עס איז מגודל –זייערע הימלישע כוחות צי א ירושה פון דעם טאטן און , קדושתם

.זכותם יגן עלינו, זיידןרים מפורסמים "די זעלבע צדיקים ואדמו

ס 'סופר-א וועלכע נוצן דעם חתם"שליטצו " חדש אסור מן התורה"וערטל ו

פארדאמען יעדן נייעם געדאנק וואס קען , עם-ן המון'פארבעסערן דאס לעבן פאר

האבן אבער געטראפן טוצן מיט התירים ביי זיך אליין צו טוישן אלעמען וואס שייך די

, ל"אמאליגע הנהגות פון גדולי ישראל זאלעס כדי צו ערמעגליכן צדיקי דורינו

כבוד , ניסן פון ענדלאזן געלטא גע"שליטווי עס פאסט לכבוד התורה , און רוםא האב "צדיקי ומאורי הדור שליט. ולומדיה

אנגענומען די הייליגע עבודה פון קדוש ן אנגעהויבן און האב, ע"ישראל מרוזין זי

געהויבענע כוונות וועלכע משיג זיין דיאון , זענען מרומז אין יעדן שטיקל לוקסוס

ודל קדושתם אנגעהויבן תולה זיין האבן בגתילי תילים רמזים בדרך סוד אויף פרעכטיגע פאלאצן אויסשטאפירט מיט

, עלעוועיטארס, קעניגליכע מעבלכלי כסף , חור כרפס ותכלת, טעראסאס

מאיעסטעטישע כסא מלוכות וואו צו , וזהב, באזעצן דעם אויסגעּפאשעטן אחוריים

באצירט לוקסוריעזע אויסגעּפיצטע קארס באגלייט מיט די , מיט כלערליי בליצערלעך

הייליגע כוונות פון טייערע וואקאציעס פארנדיג ערשטער קלאס אין עראפלאן ארומגענומען מיט משמשים בקודש כשתולי

מיט , דאס אלעס כדרכם בקודש. זיתים סביב .אן ענוות חן און עצילות דקדושה

די אלע הייליגע כוונות זענען אבער י עולמות וועלכע "מן הים פון די ש כטיפה

ווערן צעשטורמט ווערן צדיקי דורינו וואס דאן קומען , א מאכן א שמחה"שליט

די , דאך אראפ מאסן זיידעס פון הימלאמאליגע צדיקי הדור צונויפגעמישט מיט די

אין אזא . האקער און שוסטער-זיידעס האלץצייט איז ממש נישט שייך זיך פארצושטעלן

ות וואס די צדיקים זענען לצד עלאי די שמ

באזונדער וואס " באלב"ממלל אויף יעדן באשיינט די הייליגע שמחה אויף גאסן גאסן

זעט 'די קדושה און התעוררות וואס מ. ארוםביי די שמחות איז אין טייל צו פארדאנקען

און די , די הייליגע כוונות פון די צדיקי הדורוועלכע ווערן הונדערטער טויזנטער דאלארן

אויסגעגעבן לעשות נחת רוח פאר די צדיקים .א"שליט

צדיקי דורינו האבן אויך זוכה געווען צו און האבן אנטדעקט פרישע , נייע השראות

והיה עיניך רואות את "כוונות אין דעם ן אוועקשענקען צורת קדשם 'מיט" מוריך

לכל מאן דבעיא זיך מתחמם צו זיין באורם ע 'בלעטער פון חשובהבהיר אין די

קונטרסים וועלכע ערשיינען מדי שבת כדי צו . בשבתו למען כבודם יתברך

האבן א , ערמעגליכן א גרעסערן התעוררותא זאגאר "גרויס טייל פון צדיקי דורינו שליט

געטוישט די אויסשטעלן פון די טישן ביי אז די וואס שעפן זיך אן , מאורעות שונות

ות פון די הייליגע רענצלעך חיזוק והתעוררצורות זאלן אויך זען ווי מער באטייליגטע

און אזוי מקדש , פון חסידים ואנשי מעשהאון , זיין דעם שם שמים אז לא אלמן ישראל

.להגדיל תורה ולהאדירהבתים וועלכע -ביי די איבער טויזנט בעלי

האבן זיך פארזאמלט צו דער היסטארישער כע אסיפה זענען אט די אלע שרעקלי

און , פראבלעמען געלעגן אויף דער מחשבהדער ציל איז געווען מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו קענען העלפן די צדיקי הדור זיך

. ספראווען מיט זייערע שרעקליכע נסיונותראש האט אנגעהויבן די אסיפה -דער יושב

אויסשמועסנדיג די אויבנדערמאנטע עגעבן און האט מיט ווייטאג איבערג, פונקטן

האט שוין צענדליגער מאל פרובירט 'ווי מא אויף "מעורר צו זיין די צדיקי הדור שליט

זייערע שענדליכע פירונגען וועלכע מאכן אבער ליידער אן –ליידער קאליע דעם יוגנט

ער האט דערמאנט אז דער מהלך . ערפאלגס זאגן אן די 'פון ביז היינט וואס טאטע

לילה נישט קינדער אז זיי זאלן זיך חא איז "אפלערנען פון די צדיקי הדור שליט

וויבאלד די צדיקים זענען ברוב , נישט גענוגקדושתם משפיע אז די פרעסע זאל כסדר

און זייער שעדליכע השפעה , רעדן פון זייו אריינדרונגען אין די הערצער פון די "קען ח

.קינדערלעךראש האט דערנאך קלאר -דער יושב

לאנגען פון די צדיקים געמאכט אז פארא אז זיי זאלן "רים מפורסמים שליט"ואדמו

זיך אראפלאזן , אויפגעבן זייערע קעניגרייכןאויפהערן , ן פאלק'צו די געברויכן פון פשוט

שמים כדי -אזויפיל צו פירן מחלוקת לשםאון , לרומם ולהדר את שמם הגדול

אנערקענען אז זייער טיראניע איז שוין לאנג ער האט . וועט נישט ארבעטן, לןדורכגעפא

ן מצב 'מוז שלום מאכן מיט'דערקלערט אז מאון זיי , אז די צדיקים זענען דא צו בלייבן

וועלן נישט רעזיגנירן פון זייערע עס איז בלי ספק . זעלבסטגעקרוינטע אמטן

אן אייגנארטיגער נסיון וואס כמוהו לא דער נסיון איז נישט א געוויסע זאך . נהייתה

אס מען קען איינפאך זיך מתגבר זיין וועס איז נישט קיין נסיון וואס מען , דערויף

עס איז נישט עפעס וואס , קען אויסמיידןאון , עס איז א פאקט. מיר קענען אנטלויפן

. מיר מוזן וויסן וויאזוי צו לעבן דערמיטדאס זעלבע איז קלאר אז די מאורי ישראל

לום מאכן זעלבסט אנערקענען אז זיי מוזן שקען נישט אויפגעבן דעם 'ן מצב אז מ'מיט

דאס איז א זאך –דראנג נאך כבוד און געלט נאר מוזן , וואס זיי מוזן לעבן דערמיט

טרעפן א וועג וויאזוי צו קענען אנהאלטן מיט זייער טראציגן לעבנסשטייגער אבער

.דאך מינימיזירן די שרעקליכע נסיונותהאט " ,באטראכטןלאמיר זיך אביסל "

ווי קען זיין אז . "ראש געזאגט-דער יושבא פארנאכלעסיגן זייערע "צדיקי הדור שליטזייערע אייגענע מתפללים , אייגענע משפחות

? פאר תאוות הכבוד והשררה, און אנהענגערווי איז דאס אז טראצדעם וואס זיי האבן נישט קיין צייט צוצושטעלן זאכליכע

יים וועלכע זאלן זיין קאנסטרוקטיווע שינוצוגעפאסט צו די פראבלעמען פון היינטיגן

האבן זיי אבער די צייט און ענערגיע , דוראנצופירן שווערע קאמפן קעגן פריוואטע

מיטגלידער און -משפחה, מענטשןער האט מסביר " ?קאנקורירנדע צדיקים

א "געווען אז אין יעדן מענטש איז פאראן , ייגנשאפטןקינדישע א, "קליין קינד

נייגעריגקייט און התפעלות פאר אויבנאן און בתים וואקסן -בעלי. גאלדענע בעקישעס

, געווענליך אויס די דאזיגע נארישע תאוותאבער צדיקי ומאורי הדור פאלן כורעים פאר

און זענען , די פיטשעווקעס פון א נייעם קארמלא שמחה צו אנהייבן נוצן א נייעם דעזיין

ן 'א נייער סארט האר פאר, עפאר א בעקישאדער א שפאגל נייעם זיידענעם אור , טילעפ .המקיף

ראש האט -ער יושב'דער חשובאויסגעפירט דערמאנענדיג אז טראצדעם

זאל 'וואס מיר וואלטן זייער געוואלט אז מזענען , שוין האלטן נאנט צו ביאת המשיח

מיר אבער מעגליך ליידער נאך נישט נאנט לד צדיקים הקודמים האבן וויבא, דערצו

Page 4: asifah-shabbos-blettel-8

13 שבת בלעטל ב"תשע, טוב סוכות-ערב יום – 2011, 12בער אקטא, מיטוואך

מעיד געווען אז בעקבתא דמשיחא וועלן רוב צדיקים ומאורי ישראל זיין רשעים און

און מיר זעען דאך מיט די . רב-פון די ערבאייגענע אויגן אז די היינטיגע צדיקים וגדולי

ה מלא וגדוש מיט "א זענען ב"הדור שליטאנטלויפן פון , גאונים אדירים, ש"תורה ויר

קומען אויף , בוד און געלט ווי פון פייערכטאג טעגליך מיט פרישע הידורים און מאכן גאר א קנאת סופרים ווי איינער איז פרימער

און פירן בלויז מחלוקת , פונעם צווייטןער . שמים למען כבוד שמו יתברך-לשם

האפט אז 'האט דעריבער אויסגעפירט אז מוואס משיח וועט קומען אין גיכן טראצדעם

און , דער דאזיגער סימן שטימט נישטטליך וועט שוין תשבי מתרץ זיין די נהאפ

.אלע פראגעסנאך די פייערדיגע ווערטער פון דעם

א האבן אויפגעטרעטן א "ראש שליט-יושבטייל פון זיי אזעלכע , דרשנים-רייע בעלי

און זעען , וועלכע זענען קרובים אל החללהרע טוט ליידער פון דער נאנט ווי דער יצר .א"באזיגן די צדיקי הדור שליט

-ער בעל'עס האט אויפגעטרעטן א חשובאון , א מנהל אין די מוסדות התורה, הבית

, האט מסביר געווען אז די מנהלי המוסדותוויבאלד זיי פארמאגן דאך דעם קאנטראל

האבן זיי א וועג וויאזוי , קדשים-אויף די צאןפראבלעמען מתקן צו זיין די שרעקליכע

אין די , צום ביישפיל. וועלכע פלאגן אונזמוסדות לערנען דאך קינדער און אייניקלעך

איז דאך , א"רי דורינו שליט"פון גדולי אדמודארף אויסלערנען אלע מלמדים 'פשוט אז מ

ן אט די קינדער ביז 'און תלמידים צו רודפזייערע עלטערן און זיידעס וועלן אויפהערן

דער מנהל . שענדליכע מעשים מיט זייערעהאט דאס ארויסגעברענגט מיט א סיפור ביי

וועלכער האט , ל"זצ פון א פריערדיגן גדולבאפוילן אז א קינד וועלכער זעט ווי זיין טאטע פארמאגט א טעלעוויזיע מעג ער גיין

זעט מען פון דעם אז . און עס צעברעכןמחנכים האבן רעכט צו טון שריט וועלכע

ברענגען צו דעם אז די קינדער זאלן וועלן-פארשטיין אז זייערע עלטערן און אור

.עלטערן באגייען שוידערליכע עבירותדער מנהל האט אויך פארגעשלאגן אז

זאל ארויסשיקן צו אלע צדיקי הדור 'מבויגן וואו זיי זאלן ביז -א א פראגע"שליט

ט דארפן ענטפערן אויף א "ח חשון הבעל"ראין וועלכן : צום ביישפיל ,רייע פראגעס

-אין וועלכע בתי?; ד דאוונט איר"ביהמ?; מדרשים לאזט מען אייך נישט אריין

וועלכער סארט אינטערנעט פארמאגט איר וויפיל מאל א וואך רופט איר ?; אין שטוב

די צייטונגען און אינפארמאציע ליניעס ווער איז ?; אריינשטעלן נייעס איבער אייך

האט איר א שיעור ?; דרך-אייער מורהס 'מיט וועמענ?; כאטש איין מאל א וואך

געלט האבן אייערע קינדער געקויפט .וכדומה? הייזער

עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן פארשידענע רעזאלוציעס לויט וועלכע די

א וועלן זיך דארפן "מאורי ישראל שליטאונטערנעמען צו פירן כדי צו ראטעווען די

צווישן . עם יהדות החרדיתצוקונפט פון דדי ) 1: אנדערע איז פארגעשלאגן געווארן

א וועלן אנפאנגען ענטפערן "צדיקים שליטפראגעס איבער זייער הנהגה אן דעם וואס דער פרעגער זאל דארפן האבן א פחד אז

מענטשן וועלן שלא -ס שטוב'דעם צדיקבידיעת הצדיק אים אנרעכטן מלקות

צדיקי הדור לעבן וויבאלד די ) 2; ארבעיםישן געלט וועלן זיי ארויסגעבן 'פון ציבור

זייערע פינאנצן אז דער ציבור זאל קענען זען ; וואו און וויאזוי דאס געלט ווערט גענוצט

די צדיקים וועלן דארפן מחליט זיין צי ) 3איז נאך נוגע " חדש אסור מן התורה"

זאלן זיי ערלויבן , אויב נישט: היינטיגע טעגעם מאכן שינויים לויט ווי עס -פשוטי

זאלן , אויב יא, פארגרינגערט זיי דאס לעבן, זיי אויפגעבן זייערע פרעכטיגע פאלאצן

, טייערע קארס, לוקסוריעזע מעבלאון וואוינען אין , קעניגליכע כלים

פארלאזטע ארעמע כאטקעס פונקט ווי זייערע זיידעס פון די פריערדיגע דורות

די מאורי ישראל וועלן )4; האבן געוואוינט-דארפן פארשטיין אז אויב זיי ווילן אז בעלי

בתים זאלן אנערקענען זייערע פאזיציעס , רים אדער ראשי ישיבה"אדמו, אלץ רבנים

ן 'פארמאגן זיי אן אחריות צוצושטעלן פאר) 5; ציבור די פונקציעס פון אט די פאזיציעס

קול קורא וועלכע , איסור, פאר יעדן חרםן ארויסגעגעבן דורך די צדיקי הדור ווער

ן כאטש איין יך מחייב זיין צו טודארפן זיי זקאנסטרוקטיווער שריט צו טוישן דעם

, צום ביישפיל, פארדרייטן מהלך החייםאויב קומט ארויס אן איסור אז פרויען טארן

דארף דאס זיין , נישט ארבעטן אין אפיסעס באגלייט מיט א קוראזשפולן אויפרוף אז

יונגעלייט זאלן גיין ארבעטן און און דאס , אריינברענגען פרנסה אין שטוב

ס קינדער זיין די 'וועלן אוודאי די צדיקימגדולי וקדושי ) 6; ערשטע מקיים צו זיין

א דארפן תיכף אפשפארן די "הדור שליט –העפטן פון צורת קדשם -הערליכע בילדער

אדער כאטש געבן אן ערקלערונג פארוואס ע ווידעא וואס איז נאר אמאל יעד

ט געווארן דורך 'אסר'ארויסגעקומען איז געאבער וועגן דער , א"די צדיקים שליט

ליכער ווידעא וועלכע ווייזט צורת 'חודשקדשם איז נאכנישט געהערט געווארן קיין

די מאורי הדור דארף זיך ) 7; פיפסאונטערנעמען צו טרעפן שידוכים פאר

זענען צוגעפאסט פאר זייערע קינדער וואסאון נישט לויט , זיי לויט זייער כאראקטער

מיט וועלכער ראביסטעווע עס שמעקט זיי רים "די רבנים ואדמו) 8; זיך משדך צו זייןא מוזן זאפארט שלום "מפורסמים שליט

מאכן מיט זייערע געשוויסטער און נאנטע צוויי צו -האפט ביז א יאר'מ(קרובים

וייטן שטאפל און אינפארסירן דעם צופארלאנגען שלום מאכן אויך מיט קאזינעס

צדיקי דורינו ) 9; )און ווייטערע קרוביםא מוזן תיכף ומיד אפשפארן זייערע "שליט

מאגאזינען און אינטערנעט , צייטונגעןדי צדיקים מוזן איינמאל ) 10; וועבסייטס

פאר אלעמאל קלאר מאכן צי דער שולחן אדאקסישן איד צי ערוך איז מחייב אן ארט

זאלן זיי נישט פארלאנגען , אויב נישט: נישט, אויב יא, עם אים מקיים צו זיין-דעם המון

מוזן זיי זיך מחייב זיין אז זיי וועלן .נאכפאלגן די פסקים פון דעם שולחן ערוך

עס זענען געמאכט געווארן נאך א רייע די צדיקים וועלן : צווישן זיי, רעזאלוציעס" עין רואה"צושטעלן צו אן זיך דארפן

דורך א קאמערא וואס וועט , פראגראםה אינסטאלירט ווערן אין זייער בית "בע

זיכער צו , נאוה קודש אין דעם חדר המיוחדמאכן אז אלעס וואס עס טוט זיך אפ דארטן

אזוי אויך וועלן גדולי , י דרך התורה"איז עפהדור זיך דארפן צושטעלן צו א רייע קורסן

ה "וועט בע'וואו מ, ף אידישקייטאויהשקפה וועלכע וועלן יורד -ברענגען בעלי

און וועלן האפנטליך , זיין לחדרי בטן. אריינגעבן א געשמאק אין תורה ומצוות

נאך פארשידענע רעזאלוציעס זענען טייל פון זיי וואס זענען , געמאכט געווארן

נוגע פאר די צדיקי הדור אין זייער פריוואטן און זענען דעריבער נישט פאסיג לעבן

לן אבער זיי ווע, ברבים מפרסם צו זייןס 'האפנטליך אנקומען צו די צדיקימ

אין די קעסטלעך-הערליכע פאסט . קומענדיגע טעג

דער ציבור איז זיך צעגאנגען פון דער מיט האפנונג אז , ריידיגע טריטאסיפה מיט פ

האבן די נויטיגע כנסיה לשם שמים וועט דין און מחזיר בתשובה זיין פעקטן אויפצוטוא

און ברענגען , א"גדולי ומאורי דורינו שליטגרויסע היסטארישע שינויים אין דעם וועג

.וויאזוי דעם יהדות החרדית ווערט געפירט

Page 5: asifah-shabbos-blettel-8

ב"תשע, טוב סוכות-ערב יום – 2011, 12בער אקטא, מיטוואך שבת בלעטל 14

ווי נאר עס איז באקאנט געווארן ביים ציבור איבער דער גרויסער אסיפה האט עס

ון האט א, באלד געמאכט א שטארקער רושםאריינגעברענגט א שטארקע אינטערעסע ביי

א זיך "צדיקי ומאורי ישראל שליטצוצושטעלן צו די רעזאלוציעס און זיך צו גרייטן זיך צו באטייליגן ביים דעם גרויסן

וואו מען , ה פארקומען"מעמד וואס וועט בעוועט אויפפאדערן און מחזק זיין די צדיקי

צו ראטעווען דורינו אונטערצונעמען שריט אין א . זיך און די דורות מיט קבלות טובות

שריט צוצושטעלן פאר די צדיקים מער אינפארמאציע איבער וואס עס איז

האט א , פארגעקומען ביי דער אסיפהפון די גדולי , באטייליגטער ביי דער אסיפה

אויפגעטרעטן אויף , א"בתים שליט-הבעליו ער ווא, "קול מבשר"ליניע -דער טעלעפאן

האט געגעבן א שטיקל באריכט איבער די און וואס עס , שרעקליכע פראבלעמען

פאדערט זיך אז צדיקי דורינו זאלן זיך מחזק הבית -ער בעל'נאכדעם וואס דער חשוב. זיין

, שנאה, האט ארומגערעדט איבער די קנאהגניבה , שנאת חינם, מחלוקת, השמצות

ומאורי וואס גייט פאר צווישן גדולי , וגזילההאט ער מיט גרויס ווייטאג , א"ישראל שליט

ארומגערעדט איבער די שרעקליכע צרות . וועלכע מען הערט לעצטנס ביי כלל ישראל

די שפיטעלער זענען ליידער פול מיט יונגע "וועלכע ליידן , יונגע מאמעס, קינדער

-ער בעל'האט דער חשוב" ,ביטערע יסוריםאזעלכע מען הערט היינט. "הבית געזאגט

צרות וועלכע זענען נאך קיינמאל נישט איז אין יום שאין קללתה מרובה 'ס, געווען

, אויב דו, ווער ווייסט, ווער ווייסט. מחברתה

מיט דיין מערכה קעגן אן אנדערן צדיק אז ער האט דעם זעלבן נאמען ווי דיין

ביסט גורם אז נאך דריי , ראביסטעוועווער ווייסט . ע"ל, קינדער זאלן קראנק ווערן

ווארפן -דיגן שולד'מיט דיין כסדר, צי דועם אן אריינטראכטן אין דיינע -אויף פשוטי

איז , שע מידות מושחתות'אייגענע רביחלילה שולדיג אין דעם וואס א יונגע מאמע

."מוטשעט זיך מיט א ביטערער מחלההבית האט אנגעוויזן -ער בעל'דער חשוב

ע "טראגעדיע ל מיט ווייטאג אז נאך יעדער, מענער, עם-הערט מען פון פילע פשוטי

וועלכע זענען אויף זיך , פרויען און קינדערדער נאך א שיעור . מקבל דברים טובים

א דריטער , א צווייטער שמירת הלשון, תורהא פערטער , זיך מער אפגעבן מיט די קינדער

א פינפטער ארויסגיין , מרבה צו זיין שלוםיים זיין די כתובה צו טרעפן פון כולל און מק

האט שוין . "און אזוי ווייטער, א פרנסה- האט דער בעל" ,איינער אמאל געהערט

אז נאך א טראגעדיע זאל ", הבית געפרעגטא "איינער פון די צדיקי ומאורי ישראל שליט

איך וויל שלום מאכן ! גענוג איז גענוג'זאגן , זון, פלימעניק, פעטער, מיט מיין ברודער

האט שוין איינער געהערט אז '? דער טאטעאאיינער פון די גדולי הדור זאל נאך א

אפשר איז דאס געשען 'טראגעדיע זאגן איך נעם מיך פאר –צוליב מיין עיוות הדין

ס און ארויסגעבן 'צו פירן ערליכע דין תורהער האט " '?פי התורה-ערליכע פסקים על

דארפן ווייטער מעורר געווען אז צדיקי הדור טראכטן פון דעם גרויסן אחריות וואס זיי

אף וואס זיי קענען -פון דעם חרון, טראגןחלילה גורם זיין אין הימל מיט זייערע

און וואספארא , ל"ר, שענדליכע מעשיםשרעקליכע צרות זייערע טאטן האבן שוין

.ן היינטיגן טאג'געברענגט ביזעס איז צו האפן אז די דאזיגע

וועלכע שפיגלט –אסיפה דיגע 'אחדותבאמת אפ די מיינונג פון רוב מנין ובנין

שע אידן הנאנקים ונחנקים תחת זרועם 'חרדית וכ, א"פון גדולי צדיקי הדור שליט

וועט –שם -מענטשן ואנשי-שטוב, העסקניםאון מיר וועלן , האבן די נויטיגע תוצאות

בקרוב זוכה זיין צו א מאסן החזרה בתשובה אוודאי מקרב זיין ביאת משיח וואס וועט

� .א"צדקינו בב

דיגן 'ע באטייליגטע שיקט א רגש'איינער פון חשובמיט א קורצן באריכט איבער דער " טוויט"

�היסטארישער אסיפה �

ווערט , געווידמעט ליטעראטור און מחשבה, "שבת בלעטל"די בלעטער קענען ווערן . ארויסגעגעבן דורך א גרופע חסידים

.ShabbosBlettel.wordpress.com: אראפגעלאדנט אויףאון , עברית-ק"לשה, מאמרים ווערן אנגענומען אין אידיש

[email protected]: שרייבט צו, זיך צו פארבינדן. ענגליש