פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

21
וואס פריינט און ליינער געטרייע און טייערע מיינע עליכם שלום אלפים די אין געליינט מאמרים מיינע האבען. בין איך הלמאי אז פארענטפערן אייך פאר זיך איך מוז ערשט אלעם צום פארשוואונדען געווארן צייט לענגערע א פאר. ווייל געשריבען נישט האב איך פאר אנגעקומען מיר איז עס ח נישט און טירדות שידענע" האב איך ווייל ו אייך אין גרינגעשעצט, ליינער געטרייע מיינע. זיך האב איך ווינאר אבער מוח מיין זיין מצמצם געקענט' און קאמפיוטער צום זעצען צו ווידער זיך ל קיבארד אויפן פינגערס מיינע זעצען ווידער געטאן גלייך עס איך האב, בבחינת ועושה אומר. טעג הייסע זייער אין איצט זיך געפינען מיר משמע תרתי... עס וואס ר אז דאכטען זיך קען' איצט איז אהרן אלץ אויפגענומען געווארען" רב ור" מ יואל קרית אין" , זייערע געעפענט טעג די אין זיך האט יואל בני אז אדער מוסדות אייגענע, ח פון טעג די איצט איז עס גאר אדער" תשנ סיון י" דער ווען ט אויפגענ האט משה ברך אבד אלס זון דריטען זיין ומען" סאטמאר ק אין וויליאמסבורג. ר אז אויס מער זעט מיר' א צו זייגער זיין צוריקגעדרייט האט אהרן צוריק יאר צוואנציג. צוריק יאר צוואנציג פאר געשען איז וואס? אין דעמאלט

description

‫שלום עליכם מיינע טייערע און געטרייע ליינער און פריינט וואס‬ ‫האבען מיינע מאמרים געליינט אין די אלפים .‬ ‫צום אלעם ערשט מוז איך זיך פאר אייך פארענטפערן אז הלמאי איך בין‬ ‫פארשוואונדען געווארן פאר א לענגערע צייט. איך האב נישט געשריבען ווייל‬ ‫עס איז מיר אנגעקומען פארשידענע טירדות און נישט ח"ו ווייל איך האב‬ ‫גרינגעשעצט אין אייך, מיינע געטרייע ליינער. אבער ווינאר איך האב זיך‬ ‫געקענט מצמצם זיין מיין מוח'ל זיך ווידער צו זעצען צום קאמפיוטער און‬ ‫ווידער זעצען מיינע פינגערס אויפן קיבארד האב איך עס גל

Transcript of פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

Page 1: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

שלום עליכם מיינע טייערע און געטרייע ליינער און פריינט וואס

.האבען מיינע מאמרים געליינט אין די אלפים

צום אלעם ערשט מוז איך זיך פאר אייך פארענטפערן אז הלמאי איך בין

איך האב נישט געשריבען ווייל . פאר א לענגערע צייטגעווארן פארשוואונדען

ו ווייל איך האב "שידענע טירדות און נישט חעס איז מיר אנגעקומען פאר

אבער ווינאר איך האב זיך . מיינע געטרייע ליינער, גרינגעשעצט אין אייך

ל זיך ווידער צו זעצען צום קאמפיוטער און 'געקענט מצמצם זיין מיין מוח

בבחינת , האב איך עס גלייך געטאן ווידער זעצען מיינע פינגערס אויפן קיבארד

.אומר ועושה

וואס עס – ...תרתי משמע –מיר געפינען זיך איצט אין זייער הייסע טעג

מ "ור רב"געווארען אויפגענומען אלץ אהרן איז איצט' קען זיך דאכטען אז ר

אדער אז בני יואל האט זיך אין די טעג געעפענט זייערע , "אין קרית יואל

ט ווען דער "י סיון תשנ"אדער גאר עס איז איצט די טעג פון ח, אייגענע מוסדות

אין ק סאטמאר"ומען זיין דריטען זון אלס אבדברך משה האט אויפגענ

.וויליאמסבורג

אהרן האט צוריקגעדרייט זיין זייגער צו א ' מיר זעט מער אויס אז ר

דעמאלט אין ? וואס איז געשען פאר צוואנציג יאר צוריק. צוואנציג יאר צוריק

Page 2: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

אין קרית יואל ייפעלע פרומע אינגעלייט א קליינע ה בעןט הא"יאר תשמ

לען יזיי וו, סאטמארער חסידיםבלייבן ארגינעלע לען יבאשלאסען אז זיי וו

דהיינו נאך צען , ק מסאטמאר בעל ויואל משה"ווייטער זיך פירען בדרך רביה

האבן זיי נאכנישט , יאר וואס רבינו הקדוש איז שוין געווען בעלמא דקשוט

דעם פאקט אז עס איז דא א הנהגה אין סאטמאר וואס געוואלט אנערקענען

.,א"ר שליט"ק אדמו"הייסט כ

איז אבער יא וויכטיג , אן אריין גיין צו זיי זענען גערעכט געווען צו נישט

זיך אריין צו לייגען אין זייער מהלך המחשבה און צו פארשטיין זייער גאנג און

.זייער שיטה

ן דעם סארט געדאנקען גאנג מוז איך אבער כדי צו פארשטיין צו געבע

וואס עס האט זיך , אריין גיין אין אמאליגע היסטאריע פון סאטמאר

אפגעשפילט אין הארץ פון יעדען סאטמארער חסיד ווען סאטמארער רבי איז

.ע"ק דער ויואל משה זי"געווען רביה

איין קליינע הקדמה פאר איך טונק מיך און אייך אריין אינעם ים של

אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר פאר מענטשען וואס ווילען . סטאריעהי

וויסען דעם אמת און ווילען וויסען היסטאריע און אלע אספעקטען איבער די

אהרן ' א ווערען די שורות נישט געשריבען פאר ר"בשו. נושא פון סאטמאר

Page 3: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

ן 'ען אסרווען איך קען וו. טייטלבוים אדער פאר איינע פון זיינע אנהענגער

בדיני תורה אדער בדינא דמלכותא אז קיין שום ארוני מעמבער זאל דאס נישט

אבער דאס איז דאך . וואלט איך אנגענומען אלע סארט מיטלען, טארען ליינען

וועל איך גיין ווייטער מיין וועג און שרייבען פאר די וואס , נישט בידי

ארשטיין וואס עס האט זיך א אפענעם קאפ און מוח צו וועלען פ יא פארמאגען

און צוליב וואס און וויאזוי האט מען זיך , אפגעשפילט אין די היסטאריע

און די , יטעטארא מיאריטעט איז געווארען א מינפון דערזען אין א מצב אז

...מינאריטעט שרייט אויפן מיאריטעט אז זיי זענען מרבה ממזרים

נהענגער זענען געווארען אהרן און זיינע א' פארוואס רצו פארשטיין

פארוואס קומט זיי דאס , "היסטאריע"אפגעריסענע שונאים פאר דאס ווארט

וועל איך אראפברענגען א , בלוט אין קאפ ווען מען שרייבט איבער היסטאריע

ארטיקעל וואס דאס וועט געבען " פארמעגליך"מאמר פון א פריערדיגען

ביטער ן מיט היסטאריע זענען אהר' עטוואס ליכט פארוואס און פארווען ר

.צוקריגט

אהרן האט זיך אריינגעלייגט אין א עקספלאראציע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען מימות מענטשהייט ' ר

א ראש , א רב אין די גרעסטע חסידישע שטאט אין דער וועלט, א רב מפורסם בישראל. איז געבוירען געווארען

א מענטש וואס איז געווען , א פאפולערע פיגור, ישיבה אין דער וועלט ישיבה פון די גרעסטע חסידישע

.האט זיך אריינגעלאזט אין אוואנטורעס וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארען, ארויפגעקוקט

Page 4: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

פון היסטאריע קען מען ארויסנעמען אלע הנהגה . ע"דער שו, היסטאריע פון דורות איז פאר א מנהיג ישראל

זוי האבען זיך אידען געפירט אלע אפון היסטאריע ווייסט מען ווי. ע"נינים וואס האט נישט קיין מקורות אין שוע

.וו.א.א, און וויאזוי די זיידעס האבען זיך געפירט, דורות

און ער , קען ער נאך אלץ מצליח זיין אויב פארמאגט ער א אוזן קשבת, אויב איינער קען נישט היסטאריע

און עס איז . קען מען גאר פיל ארויסהאבען, דורך דעם וואס אנדערע מענטשען גיבען איבער. ך רעדעןלאזט זי

און גיט נישט איבער , נישט פאראן קיין שום זאך אין דער וועלט וואס היסטאריע דערציילט נישט איבערדעם

קען שוין , די היסטאריע און וואס עס האט נישט קיין מקור אין. פאר יעדע געשעעניש אין שפעטערע דורות

אלעס האט זיך שוין געמוזט אפשפילען ערגעץ אין די יארען . עס מוז זיין אז דאס טויג נישט. נישט גוט שמעקען

. אלע געשעענישן, מען שרייבט אראפ אויף פאפיר פון וועןכאטש , וואס די וועלט שטייט

אין " ספעיס פראגראם"נהייבען עקספלארירן די ווען אמעריקע האט געוואלט א. אויסער ביי ספעיס פראגראמען

אומברענגען מענטשען –ווי רוסלאנד –אמעריקע קען נישט . איז אנטשטאנען א פראבלעם, ער יארען'60די פריע

נו וויזוי קען מען געוואיר ווערען וואס דארט אויבען טוט זיך און וויזוי דער קלימאט . פאר עקספלאראציעס

איז מען . ווייל עס איז גענצליך א נייע געשעעניש, סטאריע איז דאך נישט שייך ביים ספעיסהי? דארט אויבן איז

אויב . און ערגסטענספאל וועט דאס שטארבען! מאנקי –מען וועט ארויפשיקען א . ארויפגעקומען אויף א המצאה

באקומען די , מאנקיוועט מען קענען דורך די , וועט עס יא איבערלעבען דעם וועג ארויף און צוריק אראפ

.נויטיגע אינפארמאציע וויזוי אנצוהויבען צו שיקען מענטשען פאר ספעיס עקספלאראציע

אהרן האט גענומען אויף זיך די עקספלאראציע וואס בלויז א מאנקי האט זיך געמעגט ' ר. לענינינו

זיך ווען א זון וויל ירשענען ווען ער האט זיך נישט געקענט פון קיינעם אפלערנען וויזוי פירט מען . אונטערנעמען

. ווען דער טאטע לאזט זיך נישט, און וויאזוי מען דארף זיך צו פירען, דער טאטע לעבט

יעדע פאריקטע המצאה האט אין זיין מח , אהרן האט באשלאסען אלעס צו ערלויבען אויף דער וועלט' ר

זיין וואס וועט באוועגען דעם וואגשאל וואו ער ווייל אפשר אולי ואולי וועט דאס , ראפען א מקום מנוחהטגע

קיין איין , איין וועג, עס איז נישט געווען קיין איין עוועניו. צו קענען צוריק האבען גאנץ סאטמאר, סווינגט זיך

סיי וואס עס איז איינגעפאלען פאר . דורכגאנג וואס עס איז נישט געווען אפען פאר אים צו עקספלאראטירן

Page 5: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

האט ביי אים , אפילו א נארישער בחורל, פאר יעדען אומבאזעצטען מענטש, פאר יעדען שנוק, נעםיעדען משוגע

דאס וועט זיין ואולי , אפשר, אבי, ער האט געפענט אלע גרעניצען אלעס צו צולאזען. געהאט א אוזן קשבת

ן ער האט דאס עס איז נישט געווען איין מאל ווע. יורש" איינציגער"דאס וואס וועט אים מאכען דער

אויב . צו ווייל דאס איז קעגען די תורה, צו ווייל דאס פאסט נישט, ווייל דאס איז שוין צו ווייט, אפגעשטעלט

און " מתוך"האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון , ייער נישט די טריטזהאט ער איינגעזען אז עס פאסט

און ער . וערט זיך אז עס ווערט געטון זאכען פון זיך אלייןגעהאלטען אז די וועלט איז משוגע און יעדער שו

.ווייסט גארנישט

איצט וועלען מיר זיך קערען צו די סארט מענטשען וואס ווילען יא וויסען

וואס עס שפילט זיך איצט אפ און וואס עס האט , און פארשטיין פון היסטאריע

.צוגעברענגט צו דעם מצב

א רבין וואס איז ט פארמאגט "יאר תשל סאטמארער חסידים האבען ביזן

קדוש וטהור ווי דער הייליגער דברי חיים און אזא , געווען אזא סארט צדיק

. סארט ברייטער מנהיג הדור ווי דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זכותם יגן עלינו

סאטמארער חסידים האבען פארמאגט א נאטורליכען שטאלץ ווייל זייער רבי

סיפוק ברוחניות ובגשמיות וואס מיר היינט קענען דאס שוין האט זיי געגעבען

אלע נישט סאטמארער חסידים עס האבען מודה געווען. אפילו נישט פארשטיין

הוא מועצלכבוד " א ו "געווען חאז דער סאטמארער רב איז קיינמאל נישט

און בלויז עס האט יעדער געוויסט אז דער סאטמארער רב מיינט נאר ,"דורש

פאר זיין פערזענליכע כבוד און נאמען האט ער זיך און , דעם כבוד שמים

Page 6: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

וועלט געהאט א דערפאר האט די גאנצע אידישע, אינגאנצען נישט געקימערט

.ע"זעלטענעם דרך ארץ פארן רבין זי

שטיין וואס ביי די דעמאלטדיגע סאטמארער מיר קאנען נישט פאר

א כל , א דרשה פאר תקיעת שופר, ם תורה"חסידים האט געמיינט א שובבי

נען נישט פארשטיין אמיר ק. און דאס געדאווענעכץ די הייליגע טעג, נדרי דרשה

די אידען האבען געזען . וויאזוי דער רבי האט געפראוועט די הייליגע הקפות

מען האט געקענט זען אזעלכע . יעדען שני וחמישי" התגלותטליכע -ג"אפענע

געשעענישען וואס היינט ווען מען הערט עס איבערדערציילען פון אונזערע

. ע"דאכט זיך אז מען הערט דא געשעענישען פון הייליגען צאנזער רב זי, זיידעס

און דערפאר זעט מען טאקע אז כאטש מען האלט שוין אריבער דרייסיג

ווען דער רבי פון מען האלט שוין צוויי און פערציג יאר , פון זיין פטירהיאר

מידי , און כמעט נישט געזאגט קיין דרשות, האט שוין נישט געפירט קיין טישן

."דארטען"דאך איז דער עלטערער דור נאך אלץ , שבת בשבתו

" אהבה רבה"דער , "עד הנה"ביי זיי אין די אויערען קלינגט נאך אלץ דער

דער . און אזוי ווייטער און ווייטער, און זיי זעען נאך די הקפות פון יענע יארען

ן 'יעדע איינציגע מינוט פון יאר פון זייער רבי סיפוק וואס זיי האבען געהאט

.און עס נאגט זיי נאכאנאנד, עס בענקט זיי. לאזט זיי כסדר נישט מנוחה

Page 7: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

און מען קען זיך דאס איבערצייגען מיט דעם אז ווען מען זעט די

. ן'רעדט מען נאר פון רבי, סיי ווען, מיטליעריגע אידען זיצען אינאיינעם

אין ניו יארק ערשיינען דריי . ן'און ווידער אמאל פון רבין 'נאכאמאל פון רבי

מעשיות פון , תורות, מאמריםאידישע צייטונגען און אלע האבען יעדע וואך

מען טוואס דאס זע. כאטש דער רבי איז שוין נישטא איין און דרייסיג יאר, רבין

. דושיםנישט ביי אנדערע רביים וואס כאטש זיי זענען גאר גרויסע צדיקים וק

דער סאטמארער רב האט פארמאגט אין זיך א זעלטענע השלמה וואס בלויז

.דורות פריערנאך עטליכע ס האבען דאס געהאט 'געציילטע צדיקים רבי

ן האט איבערגעלאזט א 'פארשטייט זיך אז דאס הסתלקות פון אזא רבי

יבען חלל וואס קען נישט ערפילט ווערען דורך קיינעם און עס איז טאקע געבל

וואס ביי זיי איז דער רבי געווען ווי א א אפענער וואונד ביים עלטערען דור

ווייל ער האט זיך מיט זיי אפגעגעבן נאכן קריג ווי א טאטע צו אייגענע , טאטע

זיי האט יעדער געשפירט פערזענליך אז דער רבי האלט מיט זיין טאג , קינדער

ביי יונגערע וואס גלייכען היסטאריע און אפילו , טעגליכער לעבן מדי יום ביומו

און וואס זוכען און נישטערען וואס זיי האבען אלץ פארפאסט און וואס זייערע

.עלטערען און זיידעס האבען יא פארמאגט

Page 8: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

סאטמאר האט 'געווארען און קהל יטב לב ד דער רבי איז נסתלק

ל"זצ ברך משהסיגעטער רב שפעטער דער זיין פלומעניק דעם אויפגענומען

וואס זאל ווייטער פירען די קהילה און , וואס זאל צוזאמהאלטען די עדה

אזוי האט . סטיטוציעס וואס סאטמאר פארמאגטנמוסדות התורה און אלע אי

מען זיך געפירט אין אלע דורות אז מען האט אויפגענומען א ממלא מקום וואס

.ווייטער פירען דאס רבנותזאל

נייער נעמליך אז דער . שרעקליכער פראבלעםאבער דא איז געווארען א

לאך אין דער , פשוט. האט באמת אריין געטרעטען אין שטארק גרויסע שיך רבי

דאס . איז באמת געווען צו גרויס און די ערשטע מינוטביים ציבור הארץ

, צוגעשטעלט צום נייעם רבטאקע מערהייט פון ציבור אין סאטמאר האט זיך

מען מוז מקבל מרות זיין כדי צו קענען פירען ווייטער מען האט געוויסט אז

אומעטום אין דאס אלעס וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט אין אמעריקע און

ווייטער פירען וואס דער רבי . און דער ברך משה האט טאקע נאר דאס געוואלט

זיין ענווה איז זהאט אויפגעשטעלט און עס האט אויך יעדער מודה געווען א

ער האט . עצמו הוא דורשכבוד ווען להפליא און ער איז נישט געווען א לכגע

נאר געשטרעבט אז סאטמאר זאל ווייטער געפירט ווערן על דרך רבינו הקדוש

כולל , און אלע מוסדות וואס דער רבי האט געפירט ווי למשל די עדה החרדית

Page 9: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

שהוא פון רבינס זאל זיך נישט רירען א זיז כל, און נאך פילע, שומרי החומות

.רצון

אויסגערגענליכער גאון וצדיק א איז געווען גאר א דער סיגעטער רב

חלקי ' בדשטארקער תלמיד חכם א , רב מיט א געוואלדיגע השלמה געלונגענער

ער איז געווען מושלם מיט געוואלדיגע , שולחן ערוך און גאר א קלוגער איד

א , ש מיט ליבשאפט צו מענטשןא צוגעלאזענער מענט, מדות א גוטער מענטש

ער האט געפירט דין תורות מיטן פיפטען , ברייטער מענטש מיט חכמה ותבונה

ער , ער איז געווען אן עסקן בעניני כשרות שחיטה מקוואות, חלק שולחן ערוך

און האט זיך , איז געווען טעטיג אין די וועד הרבנים פון התחאחדות הרבנים

אויסער דעם איז ער געווען , ים פון שטאטגוט פארטראגן מיט אלע רבנ

ווען ער , דיג מקרב געווען'וואס ער האט מורא, ל"דיג נאנט מיטן רבין זצ'מורא

געפראוועט דעם ציבור האט ער , האט איבערגענומען די הנהגה פון סאטמאר

ער האט פארלאנגט פון ציבור וואס דער , ערענסטקייטדיגער 'מוראמיט א

, ער האט נישט פרובירט צו בויען זיין אייגן רעביסטעווע, פעטער האט געוואלט

ער האט זיך אראפגעלאזט צו , ער האט ניטמאל פארשטאנען גוט צו רביסטעווע

און האט זיך אסאך מאל צוליב זיין פשטות און עניוות זיך , יעדן איינעם

פארפלאנטערט אין פריוואטע סכסוכים וואס ער האט פרובירט זיך אריינלייגן

ער האט געפירט די , אזאך וואס באלאנגט נישט פאר קיין רבי, ין העלפןא

Page 10: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

, געדאווענט מיט א השתפכות הנפשער האט , מוסדות מיט ערענסקייט

געזאגט דרשות אין תורות , געפראוועט טישן מיט פשטות אן קיין שום תניעות

געפירט די מערכות פון סאטמאר מיט א אמתן , אלעס נאר איבערן פעטער

יל און עס האט געטראגען א ערענסטען כאראקטער ווייל עס האט יעדער געפ

".עצמו הוא דורשבוד לכ"געוויסט אז דער רבי דער ברך משה איז נישט

אבער עס האט קיינער נישט געהאלטען אז דער ברך משה איז דער רבי

ז געבליבען אפען און ער האט נישט פארפילט דעם טיפען חלל וואס אי, ע"זי

, דאך אבער האט דער עולם זיך צוגעשטעלט מיט א געטריישאפט. פאר אייביג

מען איז געקומען צופארען פון אלע מקומות אויף שיינע שבתים און ימים

מען איז זיך אריין געזעגענען כסדר און מען האט געזען אין ברך משה א , טובים

ס צרה און א פרייד אין א 'א אידרב וואס האט באמת מיטגעפילט א צער פון

.ס שמחה'איד

התנגדות צום ברך משה פון די ערשטע שטיקל עס איז טאקע געווען א

האט ה "עצו איז דאס וואס די אלטע רעביצין , דורך געוויסע יחידים מינוט אן

צו איז דאס פון אנדערע סארט פראבלעמען , זיך נישט פארטראגען מיט אים

אבער מער ווייניגער האט זיך דער , אין זיך געטראגעןוואס מענטשען האבען

כאטש עס איז ביי , פולקאם צוגעשטעלט צום ברך משהיא ציבור אין מערהייט

Page 11: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

קיינעם נישט ערפילט געווארען דער חלל וואס דער רבי האט איבערגעלאזט

.אויפן ציבור און אויפן יחיד

רן פאר קרית יואלער אה' ווען דער ברך משה האט אויפגענומען זיין זון ר

אהרן ' און נישט ווייל ר. האט זיך דאס התנגדות פילפאכיג פארשטערקערט, רב

צו ער גייט , אין קרית יואל גייט אפשטעלען דאס הפקירות" תקיפות"מיט זיין

נאר צוליב זיין , ווערען א מוכיח וואס מען וועט נישט קענען פארטראגען

.גרויסע טייל פון סאטמארפערסאנאלעטי וואס האט פארעקעלט א

ער פארמאגט שוין נישט קיין שום מעלה ומידה וואס זיין טאטע האט יא

ער איז בכלל נישט געווען , ער איז שוין נישט געווען א ערליכער איד. געהאט

נט 'א שטייגער ווי זיין טאטע וואס האט געפסק, קיין גרויסער תלמוד חכם

הייסן אין בארא פארק פון די בעסטע ע און האט גע"חלקי שו' שאלות אין ד

אהרן בכלל נישט ' דאס האט ר, מורה הוראות און האט געפירט דין תורות

לעך אבער קיין 'ער איז געווען א חריף וואס האט געקענט זאגן פשט, געהאט

קיין פרומקייט אדער , הלכה למעשה האט מען מיט אים נישט געקענט רעדן

ער האט זיך נישט משתתף , עבט אויף איםערליכקייט האט בכלל נישט געקל

מדות מגונות מיט גאות ושחצנות האט , געווען בשמחתן ובצערם פונעם ציבור

. זייער ווייט פון א חכםדערצו און , ארויסגעשיינט אויף טריט און שריט

Page 12: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

וואס עס האט זייער וויי געטאן פארן סאטמארער ציבור נאכמער אבער

עהאלטען יעדער סאטמארער חסיד וואס עס האט מיטג טאיז געווען אז עס הא

אהרן און מען האט מיט רעכט געפילט אז אין ' זיך אפגעטאן ביים שידוך פון ר

פגיעה אין רבין וואס רבינס שטעטעל צו מאכען אים אלס רב איז א דירעקטער

כדי צו זיין , האט מיט זיינע לעצטע כוחות אויפגעשטעלט דעם שטעטעל

גאס און פון די מיינוג וואס די גאס האט איבער ציונות און אפגעטיילט פון די

אהרן וואס האט ' און זיי האבן אלע געוויסט אז ר .איבער די אגודת ישראל

געוואוינט אין קרית וויזניץ עטליכע יאר איז אליין אפגעקילט פון די סאטמארע

, שיטה און לאכט ביי זיך דערפון

, סאטמאר קרית יואל'אין קהל יטב לב דאהרן געווארען רב ' למעשה איז ר

, אבער דער שניט און ריס וואס דאס האט פאראורזאכט דעמאלט אין סאטמאר

.שניידט און רייסט נאך היינט צוטאגס

ה ביז "איך וועל נישט נאכאמאל זיך אריינלייגען אין די יארען פון תשמ

ען באגלייט באשריבען אין דעטאל" פארמעגליך"וין שווייל דאס האט , ט"תשנ

. מיט אנאליזען

געקומען צום קלימאקס אז דער " שניט און ריס"ט איז דער "אין יאר תשנ

סאטמארער ציבור בכל מקומות משבותיהם האט דורכגעפירט א אלוועלטליכען

Page 13: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

ס סאטמאר און אויף זיין אמביציע צו ווערען דער 'אהרן' רעוואלוציע אויף ר

.יבוררבי אין סאטמאר על כרחו פון רוב צ

א , אהרן איז אן אפלאכער פון פריערדיגע' רוב פון סאטמאר האלט אז ר

וועט מען קוקט גוט אריין אין די . שטייגער ווי זיין שוואגער דער בעלזער

י זיי קוקן היינט אויס מיט זייער איצטיגער והיסטאריע פון בעלז און וויאז

הרן מיט זיין חלק א' מנהיג זעט מען א זעלטענעם פאראדאקס צום מצב פון ר

.אין סאטמאר

געווען דאס שארפסטע קעגען ציונות און קעגען סיי אלעמאל בעלז איז

דער . וועלכע דרויסענדע און מאדערענע השפעה וואס די גאס האט געברענגט

איז געווען אזוי שטארק קעגען די די ציונים אז ע "זיבעלזער רב רבי ישכר דוב

אזוי ווייט אז אין , דת ישראל פארטייוי אגער האט מלחמה געהאלטען מיט ד

אלע בעלזער שטיבלעך אין אייראפע האט מען געמוזט ארויסנעמען די מסכתות

אין די היינטיגע . האט דאן געהאלטען" דף היומי"ס וואו דער "אין ש

, אויפגעקלערטע וועלט וואלט מען אנגערופען דעם בעלזער רב א פאנאטישער

עס שפילט זיך : אנגע יארען שפעטער זעט זיך אזא בילדהיינט מיט ל. א קיצוני

און דער , בית יעקב שולע" עמנואל"אפ אין די טעג די מערכה מיט די

האט געהייסען פאר זיינע חסידים ארויסצונעמען זייער מיידלעך סלאנימער רבי

Page 14: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

ווי נאר די רעגירונג . פון דארט און שיקען קיין בני ברק אין בעלזער מיידל שולע

האט געסטראשעט בעלז אז זיי וועלן אפשטעלען די געלטער פאר זייער שולע

האט דער בעלזער נישט געטראכט , זיי ווארפען נישט ארויס די מיידלעך באוי

.די מיידלעך זענען פארשיקט געווארען. איין רגע

סיי אין אנטווערפען און סיי אין מאנטרעאל איז דא א מערכה מיט די

אין ביידע . גען איבער טוישונגען אין די לימודים פון די שולעסדארטיגע רעגירונ

ים געווען כאונטערגעגעבען און מס און די ערשטע גלייך ךלענדער האט בעלז זי

די הייקעלסטע יסודות צט זיך מיטיצו אלע מאדערנע טוישונגען אפילו עס גרענ

כה וואס ערט די מערוואון אין ביידע לענדער האט בעלז פארש. פון חינוך

ווייל די רעגירונגען האבען , אנדערע מוסדות האבען געפירט מיט די רעגירונג

קענען , געווארפן זאמד אין די אויגען אז אויב בעלז קען לערנען די לימודים

.אלע פרומע מוסדות

אין מאנטרעאל האט א קאטוילישע שולע געטאן וואס להבדיל בעלז , און

ך נישט געלאזט און א ריכטער האט טאקע זיי האבען זי. האט נישט געטאן

געאורטיילט אז דאס צווינגען פון די קאנאדער רעגירונג צו טוישען די לימודים

איז פונקט ווי די שפאנישע אינקוויזיציע האט געצווינגען זיך צו טויפען פאר

.פיר הונדערט יאר צוריק

Page 15: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

א נידריגען וויאזוי איז אזא פרומע און קנאישע קהילה אנגעקומען צו אז

ער האט מיט א . ווייל זייער מנהיג האט אפגעלאכט פון פריערדיגע, מצב

די "ביי ע "ן זי'סיסטעמאטישען סדר פון אפלאכען פון הייליגען סאטמארער רבי

ביזען אפלאכען פון יעדע מערכה וואס די עדה החרדית האט , "שטייעדיגע תורה

ער מיידלעך לימודים וואס איז ביז זיי האלטען ביים לערנען מיט זיי, געפירט

היינט צו טאגס איז נישט נאר די ציונות מערכות פון . נוגע לקדושתן של ישראל

בעלזא אן אפגעלאכטע זאך נאר אפילו ענינים פון צניעות אדער השקפה איז

למשל שייטלעך איז דער ערשטע , אין בעלזא דער ערשטע פלאץ אפצולאכן

ן שרייבן ל זיך אפיציעל ארויסשטעלן אוישער פלאץ וואס א דיין זא'חסיד

פון די אנדערע זייט האט , אפצולאכן פון דעם ענין מיט א זלזול פון קדמונים

ר זיך גענומען אזאלעכע מצוות וואס די משכילים האבן געזוכט 'דער בעלזא

וואס ווי יעדער ווייסט איז דאס געווען א , למשל לערנען דקדוק, פארצייטענס

ינדערהיים צוליב וואס די משכילים האבן פרובירט צו מאכן מאדערענע זאך א

דעריבער האבן זיי געלערענט , פון לשון הקודש א שפראך מיט נארמאלע כללים

היינט צו טאג איז בעלזא דער איינציגער מקום וואס דקדוק פארנעמט , דקדוק

און די בעלזא סידורים האבן אפילו משנה געווען געוויסע , ער ארט'א חשוב

, נוסחאות פון תפלה ווייל סהאט נישט געשטימט לויט די כללי הדקדוק

Page 16: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

זעט מען שטארקע ענליכקייטען צום שוואגער פון םאהרן טייטלבוי' ביי ר

אהרן האט סיסטעמאטיש אנגעהויבען מיט א אפלאכעריי פון אלעס ' ר. בעלז

.וואס סאטמאר האלט און פון אלעם וואס סאטמאר באדייט

יק סקול איז לאריין גיין צו דער קרית יואלער פאב איך וועל נישט

איז דער איינציגער קרית יואל אבער דער פאקט אז. אדער אסור הלכהדיג מותר

אינסטיטוציע וואס זייער ריזען געביידע בית חינוך געפינט זיך א מקום ווי עס

ערט ויואל משה וודרך פון פארמאגט נישט קיין איין מזוזה איז א זאך וואס דער

און אפילו עס איז , אז סאטמאר זאל זיך פאר געלט. אפגעלאכטסיסטעמאטיש

פארקויפען אזוי נידריג אז א מזוזה זאל זיך נישט געפינען אינעם , גרויס געלט

איז א ,גאנצען געביידע וואס געפינט זיך אינעם הייליגען שטעטעל

.עקעמפטסיסטעמאטישער אפלאכעריי אין אלעס וואס סאטמאר האט אמאל ג

ווער עס געדענקט ווען מען האט מייסד געווען דעם שטעטל אויף וואסערע

ווייל דער רבי האט , קלייניגקייטן מען האט זיך געשטעלט מיט מסירות נפש

צענדליגער קלענערע פירצות ווי , געוואלט אז עס זאל זיין א פרומע שטעטל

ווי פירצה ביסודות ש א זאך וואס זעהט אויס"כ, דעם האט מען לוחם געווען

' ר, ס האט דאס קיינמאל נישט געלאזט איינפירן'דער ברך משה אליין, הדת

בראווער ווען ער איז געווען דער פירער פון ווילידש אוו קרית יואל ' משה טובי

האט פרובירט צו מאכן אן אייגענער פובליק סקול און דער רבי האט אים

Page 17: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

די זעלבע איז געווען אין ,געזאגט אז עס פאסט נישט פאר סאטמאר

משה אברהם גרינפעלד האט געוואלט אזויווי אלע ' וויליאמסבורג ווען ר

האט דער רבי דער ברך , אנדערע מוסדות החינוך מאכן טשעפער וואן פראגראם

לייביש מיט די הנהלה אז אין סאטמאר איז דאס נישט ' משה געזאגט פאר ר

אהרן אויפגעשטעלט ברבים און ' ר אבער דא האט, קיין אויסגעהאלטענע זאך

מודה געווען בפני כל עם ועדה אז דער מוסד טאר מען על פי החוק נישט מחנך

נאר מיט א תירץ פון הערידעש וואס מיינט אז מען , זיין קינדער על פי תורה

מעג לערנען מיט קינדער איבער שופר בלאזן ווייל דאס איז א מסורה פון די

אזויווי , מען בלאזט מיט אזא פייפער וואס הייסט שופראידישע געמיינדע אז

, מאכן זייערע חגאות זייערע שטיקלהבדיל די טערקן

אהרן פארמאגט נישט קיין טראפ כאראקטער אין ' מען זעט אין דעם אז ר

דאס וואס ער פארשאפט זיך טרערען ווען ער רעדט פון די קראנקע קינדער . זיך

א . טער קאמיקער און א ציניקערוא פש ,סארטהעכסטען נעםאיז ליצנות פו

מענטש וואס האט נאך נישט ארויסגעוויזען קיין שום געפיל פאר קיין שום

אהרן טייטלבוים האט צוריסען משפחות בישראל מיט אן אכזריות ' ר; מענטש

' ר. אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער, נורא ואיום

ויסגעלאזט שמות רעות ונוראות אויף עטליכע אידען אין אהרן האט בזדון אר

אהרן ' ר. אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער, קרית יואל

Page 18: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

ער האט , האט מיט א גלייכגילטיקייט צוגעקוקט ווי מען פייניגט זיינע קעגנער

ראזא איינע, אקטיוו געשטיצט שרעקליכע מעשי השחתה קעגען זיינע קעגנער

און מיר קענען אויסרעכענען . לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער

.אהרן האט געטאן אין קרית יואל' השחתה ונבלה וואס ר ישענאך צענדליגער מ

און פאר . דעריבער וויינט נישט אזא סארט פארשוין פאר קראנקע קינדער

פאלשען געלט האט זיך סאטמאר געלאזט פארקויפן זייער נשמות מיטען

".קראנקע קינדער"שלייער וואס הייסט

ט נישט קיין אידישער גסאטמאר טאר נישט האבען א מוסד וואו עס לי

דאס איז אן אפלאך פון סאטמארער רבין . א הייליגע מזוזה ביי די טירען, סימן

און פון זיין שווערע הארעוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיינע חסידים

.מען אויפן חשבון פון אידישקייט איז בל יראה ובבל ימצאנע-אז געלט

ער יגט יל, אהרן האלט זיינע דרשות של דופי יעדען שני וחמישי' ווען ר

ליצנות און שקרים אויפן חשבון פון הייליגען רבין וואס מען , האס, גיפט אריין

האט קאלט געמאכט אלע זיינע אנהענגער פון יעדע אז עס בחוש טאקע זעט

.יק של קדושה פון סאטמארז

Page 19: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

אהרן שטעלט זיך אויף און זאגט אז דער פעטער האט נישט ' ווען דער ר

ליבי "אהרן זאגט אויף זיך אז אלע יארען איז געווען ' געטאן אין שחיטה און ר

. איז דאס דברי שמד ממש, פון די שחיטה אויף גסות" נוקפיה

ין לעבען אוועקגעגעבען דער אלטער רבי וואס האט זי, שטיינס געזאגט'מ

ער האט זיך מוסר נפש געווען צו בויען אידישקייט פאר פאר אידישקייט

פארן ח"ער האט באקומען א בלוט שטורץ אין מח תשכ, באשעפערס וועגען

כשר אין אמעריקע ער האט נישט געקימערט איבער אהערשטעלען , כבוד שמים

ס האט פון זיך נאך נישט אבער דער רבי אהרן ווא, פלייש בתכלית הכשרות

ווערט מען פון אים אליין געוואר , אוועגעגבען א פיאסטער פאר א צווייטען איד

זיין הארץ האט אלעמאל פארפעלט א קלאפ אז אידען עסען נישט אזוי אז

ווי אבסורד קען א מענטש זיין דאס נאר ! מהודרדיג פלייש אין אמעריקע

?אויסצוהערען

אז זיין שטוב הערט מען " טעיפס"טש וואס פון מען רעדט דא פון א מענ

הארץ אט אזא איינעמסאיז נישט אזוי אפגעהיטן אין דברים של קדושה

? פארפעלט א קלאפ פאר אידישקייט

האט אנגעפירט אן " דער פעטער"אז זאגט ער א צווייט מאל

פון וואו דער רבי מיט אלע רבנים אין יענעם ? "וועסטעל טאש"אונטערערדיש

Page 20: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

דור האבען ארויסגענומען מפוקפקדיגע התירים פאר די פראבלעמאטישע

".!סאטמארער מצות"

זיך ווידער ער האט א דריט מאל האט פאסירט נישט לאנג צוריק ווען

נישט מער און סאטמאר האט היי יאר געגעסען " יענע"אז דאס מויל עפענט גע

דרשןטערעסאנט דעם עס איז אפילו נישט אינ! נישט ווייניגער חמץ אין פסח

אפצופרעגען ווייל אין די צייט וואס זיינע אנהענגער האבען פראבירט זיינע

האבען זיי זיך פיל מער פארפלאנטערט אין , ווערטער מאכען נארמאל אויסזען

זיי האבען געשניטען "אהרן זאגט אז ' ר. וואס זייער רבי האט זיי אריינגעפירט

, יבער זענען די ווייץ געווארען מצומחותאון דער" ווען עס האט גערעגענט

האבען " זיי"מיט " אונז", איי. האבען מיר געשניטען נאכען רעגען" אונז"כ "משא

ווייץ געווארען " אונזערע"נו וויאזוי זענען , דאך געשניטען פון זעלבען פעלד

.אבער קיין קשיות פרעגט מען נישט אויף קיין נאראנים? מצומחות" אויס"

ליצנות צו מאכען פון אלטען רבין : אלע דרשות האט איין ציל אבער די

און אלע זיינע אויפטואונגען אראפברענגען ווי טיפער און מיט זיין טיפשות

טראכט ער אז דאס וועט ארויפברענגען אויף די זעלבע ארענע ווי די וועלט

.ע"האט געהאלטען דעם אלטען סאטמארער רבין זי

.עס וועלען מיר ממשיך זייןפון די מוסקאווי קאטשק

Page 21: פארמעגליך סידור קידושין עפאכע 1

ה"פארזעצונג קומט אי